די מלוכישע אינסטאַנץ פֿאַר מוזיק

דער טרעפֿפּונקט פֿון טאַלאַנט און וויסן, און די אומגעריכטע באַגעגענישן פֿון מוזיק, טעאַטער און טאַנץ

דער שוועדישער לידער־אַרכיוו

היט אויף פֿאָלקסמוזיק, אַלטע פּאָפּולערע מוזיק, שוועדישן דזשעז און מוזיקאַלישע קולטורן וועלכע האָבן "אײַנגעוואַנדערט" קיין שוועדן - אַן אינספּיראַציע פֿאַר נײַער שאַפֿונג

דער שוועדישער לידער־אַרכיוו זאַמלט, היט אויף, פֿאָרשט און פּובליקירט מאַטעריאַלן אינעם תּחום פֿון פֿאָלקסלידער און אַנדערע אַלטע לידער, טאַנץ, די מוזיק פֿון שוועדישע "קלעזמאָרים", אַלטע פּאָפּולערע מוזיק, ווי אויך שוועדישן דזשעז. צווישן די פֿאַרצייכענונגען פֿון לידער און מעלאָדיעס קען מען נאָכזוכן מאַטעריאַלן פֿון די געזאַנגביכער פֿון 16טן יאָרהונדערט און ביז די הײַנטיקע פּאָפּולערע לידער און מעלאָדיעס.

דער לידער־אַרכיוו איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען – פֿאָרשערס, סטודענטן, אַקטיווע מוזיקערס, און פֿאַר יעדערן וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט מוזיק. די באַזוכערס קענען לייענען, הערן, און דורכקוקן די מאַטעריאַלן, ווי אויך מאַכן קאָפּיעס פֿון פּאַרטיטורן פֿאַר זייער אייגענעם באַניץ.

Caprice Records

אַ שטאַרקע פֿירמע מיט רעקאָרדירונגען פֿון אינטערעסאַנטער קינסטלערישער מוזיק

די פֿירמע פּראָדוצירט דער עיקר שוועדישע מוזיק וואָס איז אָנגעשריבן און אויפֿגעפֿירט געוואָרן דורך שוועדישע קינסטלערס, מוזיקערס און קאָמפּאָזיטאָרן. די פּראָדוציר־פֿירמע פֿאַרנעמט זיך אויף ברייטע פֿאַרמעסטן, ווי באַלד זי נעמט אַרײַן אַלצדינג פֿון קלאַסישער מוזיק, הײַנטצײַטיקער מוזיק און עלעקטראָ־אַקוסטישער מוזיק, ביז דזשעז, פֿאָלקסמוזיק, וועלטמוזיק און מוזיק פֿאַר קינדער. Caprice נעמט אויך אַרײַן היסטאָרישע דאָקומענטן און רעקאָרדירונגען, פּאָרטרעטן פֿון קאָמפּאָזיטאָרן, און נעמט אויך אונטער די פּראָדוקציע פֿון אַ ריי זאַמלונגען. דער ציל פֿון דער פֿירמע, אין די ראַמען פֿון דער מלוכישער אינסטאַנץ פֿאַר מוזיק, איז אַרויסצוגעבן פֿון דאָס נײַ דעם דיסקן־קאַטאַלאָג.

דער רעקאָרדיר־סטודיאָ פֿאַר עלעקטראָנישער מוזיק EMS

אַ טרעפֿפּונקט און אַן אַנטוויקלונגס־צענטער פֿאַר עלעקטראָנישער מוזיק און פֿאַר קלאַנגענקונסטאויף אַ נאַציאָנאַלן און אינטערנאַציאָנאַלן ניוואָ

עס גייט דאָ אין אַן אַקטיוויטעט אויפֿן באַרירפּונקט צווישן קונסט און טעכניש־וויסנשאַפֿטלעכן פּראָגרעס. די רעקאָרדיר־צימערן און די קלאַסן אויף פֿאַרשיידענע מדרגות גיבן די שוועדישע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי אויך אויסלענדישע געסט־קאָמפּאָזיטאָרן, פּאַסיקע געלעגנהייטן צו שאַפֿן, אויפֿצופֿירן און צו רעקאָרדירן קינסטלערישע עלעקטראָנישע מוזיק און פּראָדוקטן פֿון קלאַנגענקונסט.

די ביבליאָטעק פֿון דעם רעקאָרדיר־סטודיאָ פֿאַר עלעקטראָנישער מוזיק פֿאַרמאָגט אַ באַזונדערע זאַמלונג פֿון ביכער, זשורנאַלן, CD־ און DVD־קאָמפּאַקטלעך אַרום דער טעמע.

די מלוכישע אינסטאַנץ פֿאַר מוזיק האָט אָנגעהויבן אַרבעטן דעם 1טן מײַ 2011, שטעלנדיק זיך פֿאַר אַ ציל צו אַנטוויקלען אַ ברייטן מוזיקאַלישן אָנבאָט איבערן גאַנצן לאַנד, כאַראַקטעריזירט דורך קינסטלערישער באַנײַערישקייט און אַ הויכער קוואַליטעט, ווי אויך אויפֿצוהיטן און אויפֿלעבן די קולטורעלע ירושה פֿון טעאַטער, טאַנץ און מוזיק.

די אַרבעט נעמט אַרײַן דאָס צוטיילן פֿינאַנציעלע אונטערשטיצונג פֿאַר פּראָיעקטן פֿון צוזאַמענאַרבעט און אַנטוויקלונג, מיטן ציל צו שטאַרקן און מערן די געלעגנהייטן סײַ אינעם אַמאַטאָרישן און סײַ אינעם פּראָפֿעסיאָנעלן מוזיקאַלישן לעבן. דער קאָנטאַקט מיט די אַקטיווע מוזיק־טוערס ווערט אָנגעהאַלטן דורך דער פֿאַרמיטלונג פֿון דעם קינסטלערישן ראָט (Konstnärliga rådet), אין וועלכן מוזיקערס, קאָמפּאָזיטאָרן, קלאַנגקינסטלערס און מוזיק־שאַפֿערס האָבן אַ מכריעדיקע השפּעה.

די מלוכישע אינסטאַנץ נעמט אַרײַן די פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר מוזיק (Musikplattformen), די מוזיק־ און טעאַטער־ביבליאָטעק (Musik-och teaterbiblioteket) , דעם מוזיי פֿאַר מוזיק און טעאַטער (Musik- och teatermuseet), דעם שוועדישן לידער־אַרכיוו (Svenskt visarkiv), די פּראָדוציר־פֿירמע Caprice Records, און דעם רעקאָרדיר־סטודיאָ פֿאַר עלעקטראָנישער מוזיק (Elektronmusikstudion).

די פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר מוזיק

באַנײַונג און אַנטוויקלונג אינעם מוזיק־לעבן – אויף אַ נאַציאָנאַלן און אינטערנאַציאָנאַלן ניוואָ

אַ גרויסער טייל פֿון די אויפֿגאַבעס פֿון דער מלוכישער אינסטאַנץ פֿאַר מוזיק מיטן ציל צו אַנטוויקלען און אונטערשטיצן אַן אַמאַטאָריש מוזיק־לעבן – ווערן דורכגעפֿירט אָט דאָ. די פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר מוזיק שטעלט צו די נייטיקע צוגרייטונג און אונטערשטיצונג שוין בײַ דער אַפּליקיר־פּראָצעדור צו באַקומען אַ סטיפּענדיע פֿאַר אַ פּראָיעקט פֿון צוזאַמענאַרבעט אין דעם מוזיק־לעבן. ווען דער פּראָיעקט איז שוין אין גאַנג, איז אויך די פּלאַטפֿאָרמע פֿאַר מוזיק דער ריכטיקער שותּף צוצושטעלן צופּאַסונג און ווײַטערדיקע הילף.

דער צוועק פֿון דער פֿינאַנציעלער אונטערשטיצונג איז צו פֿאַרשטאַרקערן דאָס אַמאַטאָרישע מוזיק־לעבן, שאַפֿן געלעגנהייטן אין דעם פּראָפֿעסיאָנעלן מוזיק־לעבן, און דערמוטיקן שותּפֿותן צווישן דעם אַמאַטאָרישן מוזיק־לעבן און די פֿאַרשיידענע אָרגאַניזאַציעס, אוניווערסיטעטן, לערן־אַנשטאַלטן און יחידים.

די מוזיק־ און טעאַטער־ביבליאָטעק

פֿאַרטיפֿונג, וויסן און פֿרייד פֿון נגינה – אַן אָפֿענע טיר צו די וועלטן פֿון מוזיק, טעאַטער און טאַנץ

איינע פֿון די גרעסטע און עלטסטע ביבליאָטעקן פֿון דעם מין אין אייראָפּע, וואָס איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. די אַנטוויקלונג פֿון די בינעקונסטן און די געשיכטע פֿון מוזיק ווערן אָפּגעשפּיגלט אין איר אַרומנעמיקער ביכער־זאַמלונג.

פּאַרטיטורן פֿאַר אָנהייבערס ווי אויך פֿאַר פּראָפֿעסיאָנאַלן, פֿאַר אַלערליי אַנסאַמבלען און אין די פֿאַרשיידנסטע סטילן, סצענאַרן פֿאַר דער טעאַטער־בינע, דראַמאַטישע ווערק געדרוקטע אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן. די רײַכע זאַמלונגען פֿון אַלטע דרוקן, מאַנוסקריפּטן און אַרכיוון נעמען אַרײַן מאַטעריאַלן אין שײַכות סײַ מיט טעאַטער און סײַ מיט מוזיק, און זענען כּולל – צווישן אַנדערע – אָריגינעלע רעקאָרדירונגען פֿון אַ צאָל פּראָמינענטע שוועדישע קאָמפּאָזיטאָרן, ווי אויך העכער אַ האַלבן מיליאָן טעאַטער־פֿאָטאָגראַפֿיעס.

דער מוזיי פֿאַר מוזיק און טעאַטער

איבערלעבונג און אויפֿרעגונג – אַ קולטורעלע ירושה אין דער מיט פֿון דער שאַפֿערישער רעאַליטעט 

אויסשטעלונגען און אַקטיוויטעטן אַרום די וועלטן פֿון מוזיק און טעאַטער. אין פֿאַרבינדונג מיט די אַקטועלע אויסשטעלונגען ווערן פֿאָרגעלייגט פּראָגראַמען פֿון קאָנצערטן, שמועסן, רעפֿעראַטן און נאָך – פֿאַר קינדער און דערוואַקסענע. די פּעדאַגאָגישע אַקטיוויטעט נעמט אַרײַן אויסשטעלונגען, לערן־מאַטעריאַלן, פּראַקטישע אויסאַרבעטונג פֿון מוזיק־אינסטרומענטן, וואַרשטאַטן און פֿרײַע מוזיקאַלישע שפּילן.

הינטער די קוליסן, אין די סקלאַדעס, ווערט ווײַטער געפֿירט די פּערמאַנענטע אַרבעט פֿון זאַמלען און אויפֿהיטן מוזיק־אינסטרומענטן, קונסט־אָביעקטן און אַנדערע.